אומזיכערקייט פרינציפ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן


דער אומזיכערקייט פרינציפ איז ערפינדען דורך דעם דייטשען פיזיקער ווערנער הייזענבערג אין 1927. עס א חלק פון קוואנטום מעכאניק וואס איז מסביר די אויפפירונג פון נאטור אויף א גאר קליינעם מדרגה, וואס ווערט נייטיג ווען מען האנדלט מיט זאכן קלענער פון אן אטאם. לויט דעם אומזיכערקייט פרינציפ איז דא א גרענעץ איבער ווי פונקטלעך עס קען זיין די גיכקייט פון א באשטאנדטייל און די "פאזיציע" (וואו ער געפינט זיך). די צוויי זענען אפהענגיג איינע אין דער אנדערער, און ווי מער פונקטליך איינס איז, אלס ווייניגער פונקטליך ווערט די אנדערע.

לויט דעם קומט אויס אז ווען אן עלעקטראן איז אנגעבונדן אין אן אטאם אזוי אז די פאזיציע דערפון איז פונקטליך מיט א זיכערקייט די גרייס פון אן אטאם, איז די וועלאציטעט אזוי אומפונקטליך אז דער עלקטראן פליט ארום אין דער אטאם אין אלע ריכטונגען מיט גרויסע גיכקייטן, ווי אויך איז דער עלעקטראן נישט אויף איין פונקטליכע פלאץ אין דעם אטאם, נאר איז בערך ערגעץ דארט.

איינשטיין האט זייער נישט ליב געהאט דעם אומזיכערקייט פרינציפ, און האט זיין גאנץ לעבן פרובירט אויפצוקומען מיט א בעסערער טעאריע, אבער ער האט נישט מצליח געווען. און די ניינציגער יארן זייט זיין אויפקום, האט מען נאר געטראפן וואס מער ראיות צו דער טעאריע, כאטש עס הערט זיך אומגלויבליך און אומפארשטענדליך.