אומגלייכהייט

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

אומגלייכונג (ענגליש: Inequality) איז א באגריף אין מאטעמאטיק און צייכנט אָן צוויי ווערטן (אין אלגעמיין נומערן) וואס זיינען נישט גלייך.

אומגלייכונגען באצייכנט מען מיט דעם  < \!\ אדער דעם  > \!\ סימבאל ווען דער נומער אין דער שפיץ־זייט באצייכנט דעם קלענערן נומער און דער נומער אין דער אפענער זייט באצייכנט דעם גרעסערן נומער. צום ביישפיל דער אויסדרוק 3 > 1 \!\ באדייט אז 3 איז גרעסער פון 1, און דער אויסדרוק 1 < 3 \!\ באדייט אז 1 איז קלענער פון 3. אויב וויל מען אנצייכענען אז איין זייט איז אדער גלייך אדער קלענער פון צווייטן זייט שרייבט מען דאס אזוי a \le b וואס באדייט אז a אין גלייך אדער קלענער ווי b. דאס זעלבע אויב מען וויל אנצייכענען אז איין זייט איז אדער גלייך אדער גרעסער פון צווייטן זייט שרייבט מען דאס אזוי a \ge b וואס באדייט אז a אין גלייך אדער גרעסער ווי b.

די כללים אויסצולייזן א וואריאבל אין א אומגלייכונג איז מער קאמפליצירט ווי ביי א גלייכונג. ווייל בשעת ווען מען טאפלט ביידע זייטן מיט א מינוס, דארף מען איבערדרייען דעם סימבאל. צום ביישפיל:

\ 7 > 3  דאס וועלן מיר טאפלען מיט -2
\ -14 < -6  וועלן מיר איבערדרייען דעם סימבאל