אויבער גליל
דער אויבער גליל (העברעיש גליל העליון), איז א ראיאן אין צפון טייל פון ישראל, וואס די העכסטע בערג אין ישראל געפונען זיך דארט, (אינערהאלב די גרענעצן פון איידער 4טן יוני 1967). פון מערב געפונט זיך דער מיטלענדישער ים, די טאל פון בית הכרם פון דרום, און די חולה טאל און די ירדן טאל פון מזרח, פון צפון איז די גרעניץ מיט לבנון.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אויבער גליל, איז די צפונדיקע טייל פון גליל, און דרום געפונט זיך דער אונטער גליל. די גרויסקייט פון אויבער גליל איז 800 קוואדראט קילאמעטער. די בערג זענען זייער הויך, די טאלן זענען זייער טיף. דער העכסטער בארג אין אויבער גליל איז דער מירון בארג, וואס זיין הויך דערגרייכט צו אריבער 3,500 פוס, העכערן ים פלאך.
די אויבערשטעטע טייל פון גליל, איז איינגעטיילט אין דריי טיילן, די מערב וואס די הויכקייט קומט אן צו 800 מעטער העכערן ים. די גליל הויכן, מיט גאר הויכע בערג וואס רעכנט אריין די מירון בערג, און מערערע אנדערע הויכע בערג. און די מזרח, וואס רעכנט אריין די נפתלי בערג, און די צפתע בערג, וואס זייער הויכקייט גרייכט צו ארום 3,000 פוס הויכקייט.
געוויסע זען א המשך פון די גליל אריבער דער גרענעץ פון לבנון, ביזן ליטאני טייך, און ווערט גערופן די לבנונישע גליל, אבער רוב געאלאגן זענען נישט ביי דער מיינונג.
וועטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער וועטער אין גליל, איז דער געווענליכער מיטלענדישער וועטער, אין זומער הייס און טרוקן. און די ווינטער קעלטער און רעגענדיק, מער פון אנדערע געגנטער אין לאנד. די רעגן אין א געווענטליך יאר איז צום ווייניגסטנס 600 מילימעטער א יאר, און אויף די בערג קען עס דערגרייכן אריבער 1000 מילימעטער א יאר. עס רעגנט געווענליך צווישן 60, און זיבעציק טעג א יאר, וואס איז די העכסטע ראטע אין גאנץ ארץ ישראל.
געוויקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין גליל איז פארהאן אסאך נאטורליכע וועלדער און ביימער, וואס זענען ספעציעל פארשפרייט אין גליל, און אנדערע פלעצער זענען זיי זעלטן, ווי אויך סארטן ביימער וואס וואקסן אין לבנון, קען מען טרעפן אין גליל. די געגנט איז רייך מיט קליינע טייכן, און געוויקסן וואס וואקסן נאנט צו וואסער.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זייענדיק בערגיק, איז דער גליל שטענדיק געווען ווייניקער באוווינט ווי אנדערע געגנטער. מיט דעם אלעם האבן ארכעאלאגן געפונען גאר אלטע ארטיקלען, וואס רעכענען זיך פאר עטליכע טויזנט יאר. ביי יהושע בן נוןס צייטן זענען געווען אין גליל די שבטים פון אשר, דן, און נפתלי. וואס האבן געוווינט מיט כנענים. ביי דעם צווייטן בית המקדש, האבן די חשמונאים פאריידישט די געגנט, מיטן אריבערברענגן יידן פון אנדערע געגנטער, און מגייר זיין די גויים וואס האבן זיך דארט געפונען. פאר הונדערטע יארן נאכן חורבן, איז דער גליל געווען באוווינט מיט אסאך יידן.
אין די נייע צייטן זענען אסאך יידן געקומען פון אייראפע, ווי זיי האבן זיך באזעצט אין צפת, און אין טבריה. וואס האט שפעטער געברענגט צו די אריבערגיין צו די ישראל הערשאפט דורכאויס די מלחמת השחרור. אין שפעטערע יארן נאכן אנקום פון די חסידים קיין גליל, איז ראש פינה, יסוד המעלה, און שפעטער תל חי, געגרינדעט געווארן.
שטעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צפת ווערט פארעכנט אלס הויפטשטאט פון גליל. אנדערע געגנטן מיט אסאך איינוווינער זענען די כרמיאל געגנט, קרית שמונה געגנט, און מעלות-תרשיחא געגנט. רוב געגנטן זענען שוואך באוווינטע, און רוב פלעצער זענען בעיקר באזעצט אין שטעטלעך, דערפער, קיבוצים.
דער אויבער גליל האט א גרויסע מינאריטעטן געמיינדע, וואס באשטייט פון דרוזן, בעדואינער, טשערקעסן.
טוריזם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די געגנט ציט אסאך טוריסטן, צוליב די נאטור, טייכן, און וועגן פאר לאנגע שפאצירן אין די וועלדער, די גליל איז די איינציקטע פלאץ אין ישראל, ווי מען מעג שיפלען אין די טייכן. ווי אויך איז די גליל פיל מיט ארכעאלאגיע, אויפגעגראבענע אלטע שטעט, און פארקן.