אדא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַדאַ (סערביש: Ада, Ada; אונגאריש: Ada) איז א שטעטל אין וואויוואדינע פראווינץ, סערביע נאענט צום טיסא טייך, 11 ק"מ צפון פון פעטראוואסעלע, און 16 ק"מ דרום פון זענטא. דאס שטעטל האט א באפעלקערונג פון 10,546, 77% פון זיי אונגארישע.

אין תרפ"א האבן געוואוינט דארטן 371 יידן.[1] מיט יארן פארן קריג איז דארטן געווען רב הרב יעקב (היילברוין) בעמח"ס שו"ת מגילת סדרים, זון פון אמאליגן זענטער רב הרב יצחק היילברוין (היילפרין), ער איז אומגעקומען ווען עס איז געווען דארטן אומרוען אין שנת תר"ט (לערך א הונדערט זעכציג יאר צוריק) און עס איז איבערגעבליבן פון אים שיינע דורות צווישן זיי די באקאנטע משפחת היילברוין.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]