שלעזיש
שלעזיש (שלעזיש: ślůnsko godka, ślůnski, אָדער pů našymu; פּויליש: język śląski) אָדער אייבערשלעזיש איז אַ שפּראַך־וואַריאַנט וואָס מע רעדט אין דער אייבערשלעזיע־ראַיאָן פֿון פּוילן, אויך אין דער טשעכײַ און אין דײַטשלאַנד. אין 2011 האָבן בערך 509.000 מענטשן[1] געמאָלדן שלעזיש ווי זייער מוטערשפּראַך. מע שאַצט אָפּ אַז שלעזיש האָט בסך־הכּל 1.250.000 רעדערס.
שלעזיש איז א מערבֿ־סלאַווישע שפראַך, נאָענט צו פּויליש (טייל לינגוויסטן האַלטן שלעזיש פֿאַר אַ פּוילישן דיאַלעקט.)
אַלפֿאַבעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מע פֿלעג שרײַבן שלעזיש מיטן פּוילישן אַלפֿאַבעט. אין 2006 האָט מען געשאַפֿן א נײַעם שלעזישן אַלפֿאַבעט, באַזירט אויף 10 שלעזישע שריפֿטן. דער נײַער אַלפֿאַבעט ווערט געניצט אויף דער אינטערנעץ און אין דער שלעזישער וויקיפּעדיע.
דער אַלפאַבעט האָט 32 אותיות: Aa Bb Cc Ćć Čč Dd Ee Ff Gg Hh Ii Jj Kk Ll Mm Nn Ńń Oo Pp Rr Řř Ss Śś Šš Tt Uu Ůů Ww Yy Zz Źź Žž
און פֿיר דיגראַפֿן: Ch Dz Dź Dž.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקיפּעדיע אויף שלעזיש |
- נײַעס אויף שלעזיש
- Pů našymu – djalykt ślůnski kodyfikowůny (ארכיווירט 14.07.2008 ביי דער Wayback Machine) (אויף שלעזיש)
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Narodowy Spis Powszechny Ludności i Mieszkań 2011. Raport z wyników - Central Statistical Office of Poland
סלאווישע שפראכן | |
אסט-סלאוויש: | אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש |
וועסט-סלאוויש: | טשעכיש | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | קאשוביש | שלעזיש |
דרום-סלאוויש: | בולגאריש | מאקעדאניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש, מאנטענעגריניש |
אַנדערע: | אלט קירכע סלאוואניש | אינטערסלאוויש |