לדלג לתוכן

קאקאא

פֿון װיקיפּעדיע
שטיקלעך קאקאא

קאקאַאָ איז דער אויסגעטרוקנט זוימען (יאדער) פונעם קאקאא בוים פון וואס מען פאבריצירט שאקאלאד.


"קאקאא" קען אויך זיין

  • קאקאא פולווער וואס קומט פון צעמאלן די קאקאא זוימען און אוועקנעמען די קאקאא פוטער פון די טונקעלע ביטערע קאקאא סאלידן;
  • א געטראנק פון קאקאא פולווער אריינגעמישט אין ווארעם מילך.

א קאקאא שויט האט א שאלעכץ אזוינע א לעדערנע, וואס קען זיין דיק 3 ס"מ. ער איז פיל מיט א פאפ, וואס מ'רופט 'באבא דע קאקאא' אין דרום אמעריקע, דאס הילט איין פון 30 ביז 50 ווייכע ראזעווע אדער לילא זוימען אדער באנדלעך (זיי זען אויס ווי מאנדלן).


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאקאא