לדלג לתוכן

ציינדאקטעריי

פֿון װיקיפּעדיע

ציינדאקטעריי איז די "אפשאצונג, דיאגנאז, פֿארמײַדן און באהאנדלונג (כירורגישע אדער נישט-כירורגישע פראצעדורן) פון קראנקייטן און מצבים פון דעם מויל לאך, באזונדער די ציין".‏[1] איינער וואס פראקטיצירט ציינדאקטעריי הייסט א דענטיסט. ציינדאקטעריי ווערט גערעכנט א צווייג פון מעדיצין. די מערסטע טייל דענטיסטן ארבעטן פריוואט, אבער עס זענען פאראן אויך דענטיסטן וואס ארבעטן אין שפיטעלער און אנשטאלטן.

די צוויי מערסט פארשפרייטע ציין־קראנקייטן זענען ציינפוילונג און ציינפלייש קראנקייט.

בדרך כלל, אין די מערב לענדער דארף מען שטודירן פיר יאר נאכן באקומען דעם דיפלאם ביז מען קריגט אן ערלויבניש צו ארבעטן אלס דענדיסט. רוב דענטיסטן האבן נישט קיין דאקטאר דיפלאם; טראץ דעם רופט מען זיי מיטן "דאקטער" טיטל.

  1. Dentistry Definitions, hosted on the American Dental Association website. בלאט דערגרייכט דעם 11טן דעצעמבער, 2007. די דעפיניציע האט אדאפטירט דער אסאסיאציעס דעלעגאטן הויז אין 1997.