צבי הירש פון רימאנאוו
געבורט | 1778 |
---|---|
טויט | 1847 (אלט 69 בערך) |
הר"ר צבי הירש הכהן פון רימאנאוו (ה'תקל"ח - ל' חשוון ה'תר"ז) איז געווען רבי אין רימאנאוו, וועסט-גאליציע. ער איז געווען א בעל מופת און אסאך צדיקים זענען געפארן צו אים. מ'האט אים גערופן ר' הירש משרת.
יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געבוירן אין דאמבראוו צו יהודה לייב, אין יאר תקל"ח, ער איז פאר'יתום'ט געווארן אלס קינד. אויף פרנסה האט ער געארבעט אלס שניידער-יינגל. ער האט חתונה געהאט דריי מאל. זיין ערשטע ווייב איז געווען א טאכטער פון ר' חיים גרייצער, דערנאך איז ער געווארן אן איידעם ביי ר' אלחנן פון בילגוריי און זיין דריטן זיווג איז געווען א טאכטער פון דעם נגיד דוד לייבנער פון דוקלא. פערצן קינדער זיינע זענען נפטר געווארן אין זיין לעבן.[1]
ער האט גענומען אלס איידעם א זון פון דעם סאדיגורער רבי'ן.
חסידות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צו פופצן יאר איז ער געגאנגען קיין טארנא ביים גרויסן ר' (אברהם) משה פשעווארסקער און פון דעמאלסט איז געווארן איבערגעגבן צו חסידות.[1]
הרה"צ ר' יעקב לייזער פון אנטווערפן האט פארציילט אז אין טארנא האט מען געשמועסט אז דער ערשטער וואס וועט זיך טובל'ן אין דער מקוה נאך ר' משה פשעווארסקער וועט זוכה זיין צו הויכע מדרגות. בשעת ער איז געווען אין די מקוה האבן עטלעכע מענטשן אנגעהויבן אויסטון די קליידער בכדי צו זיין דער ערשטער. ר' צבי הירש האט געזאגט אויף זיך: איך בין געווען א פלינקער, גלייך ווען ער איז ארויס פון דער מקוה בין איך אריינגעשפרונגען מיט אלע קליידער. נאכדעם האט ר' משה אים געהייסן פארן קיין פֿריסטיק צו הרה"צ מנחם מענדיל טורם (באקאנט אלס ר' מענדיל רימאנאווער) וואו ער איז געווארן א משמש א סאך יארן.[2]
נאך ר' מענדיל'ס פטירה איז ער געפארן צו ר' נפתלי צבי הורוויץ אין ראפשיץ, דארטן איז ער געבליבן צוועלף יאר. ווען דער ראפשיצער רבי איז אוועק אין תקפ"ז האט ר' צבי אנגעהויבן צו פירן א רביסטעווע.
דער צאנזער רב איז אמאל געפארן צו אים אויף פרשת פרה, זאגנדיג אז יענעם שבת דארף מען זיין ביים צדיק הדור.
ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע תורות זענען אין די ספרים „מבשר טוב" און „בארות המים".
פטירה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז נפטר געווארן ל' חשון תר"ז. ער האט איבערגעלאזט אן איינציגן זון, ר' יוסף פרידמאן, וואס איז געווען זיין ממלא מקום. ר' יוסף איז נפטר געווארן כ"ד ניסן תרע"ג.