לדלג לתוכן

פריסטיק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פֿריסטיק)
פֿריסטיק (דארף)
Frysztak
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
קאָאָרדינאַטן ‏=49°50′N 21°37′E / 49.833°N 21.617°E / 49.833; 21.617קאארדינאטן: 49°50′N 21°37′E / 49.833°N 21.617°E / 49.833; 21.617
פראווינץ אונטערקארפאטיע

 ‑ אין דארף

950‏  (שטייענדיג 2006)

פֿריסטיק (פויליש: Frysztak) איז א דארף אין סטריזשעווער גראפנשאפט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפטפוילן, 17 ק״מ צפון־מערב פון קראסנא. פריסטיק געפינט זיך נישט ווייט פונעם וויסלאק, א בייטייך פונעם סאן, אין דעם היסטארישן ראיאן קליינפוילן. צווישן די יארן 1772–1918 איז ער געווען א טייל פון מערב גאליציע.

פֿריסטיק ווערט דערמאנט אין יאר 1259 ווי א שטאָט מיט מאגדעבורג רעכטן. אין 1474 האט די אונגארישע ארמיי פון קעניג מאטיאס קארווינוס פארטיליגט די שטאט.

רבי מענדעלע רימאנאווער (תק"ה - תקע"ה), איינע פון די גרויסע פירער פון חסידות אין גאליציע, האט געוואוינט לאנגע יארן אין פֿריסטיק.

נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1932, האט מען אוועקגענומען פון פֿריסטיק דעם סטאטוס פון א שטאט, ווייל די באפעלקערונג האט זיך פארמינערט.[1] צוויי מאל (אין 1952 און 1975) האבן די איינוואוינער פרובירט צוריקבאקומען שטאָט-סטאטוס אָן דערפאלג.

אין יאר 1880 האבן געוואוינט אין פֿריסטיק 820 יידן, און אין 1921, 1,010 יידן.‏[2] ווען די צווייטע וועלט-מלחמה איז די באפעלקערונג פון פֿריסטיק געווען דריי פֿערטל יידן, מיט 1,322 מענטשן. [2] דער הויפט מסחר אין פֿריסטיק אין יענער צייט איז געווען מלאכות און פֿארמעריי.[3] די דייטשן האבן איינגענומען דעם יישוב אום 8טן סעפטעמבער 1939, ווען דייטשע זעלנער האבן בארויבט יידישע הייזער און קראמען און האבן ארויפגעלייגט אויף די יידן צוואנג־ארבעט. א וואך נאכהער, ראש השנה, האבן די דייטשע זעלנער פֿארברענט תשמישי קדושה און דערמארדעט יידן וואס האבן געדאווענט אין שול.‏[4]

  1. a b "פריסטיק", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  2. Sliwa, Joanna (2012). Encyclopedia of Camps and Ghettos, 1933-1945. Bloomington: Indiana University Press, 505. ISBN 0253353289. 
  3. וויליאם לייבנער, היסטאריע פון פֿריסטיק