פראכט באן
א פֿראַכט באַן איז א באן וואס ווערט באנוצט אין טראנספארטירן לאסט. פראכט באנען שליסן איין פראכט וואגאנען געשלעפט דורך איין אדער מער לאקאמאטיוון וואס זענען ספעציעל אויסגעפורעמט פאר זייער באשטימטן באנוץ.
עס זענען דא ספּעציעלע וואַגאָנען פֿאַר קאָנטיינערס, קילונג וואגאנען און יענע צו פֿירן מאַטעריאַלן ווי האָלץ, קוילן און פליסיקן ווי אייל און פיל מער. פראכט באנען וואס שליסן איין נאר איין סארט וואגאנען רופט מען "בלאָק באנען".
אין די ערשטע און צווייטע וועלט-מלחמות זענען פראכט וואגאנען אָפט גענוצט געווארן צו פֿירן זעלנער צום פֿראָנט. אין דער צייט פון נאציאנאלע סאציאליזם אין דער צווייטער וועלט-מלחמה זענען יידן, קריגס געפאנגענע און צוואנג ארבעטער דעפארטירט געוואָרן צו די קאנצענטראציע און פארניכטונג לאגערן אין פֿראכט באנען. פֿראכט באנען זענען אויך גענוצט געווארן מאַסנווייז אין סאוועטן פארבאנד אין דער צייט ווען דייטשע קריגס געפאנגענע און מיטגלידער פון סאָוועטישע פעלקער זענען דעפארטירט געוואָרן צו די שטראָף לאגערן אונטער סטאלין.