פארקילונג
פֿאַרקילונג, אדער אַקוטע אָנצינדונג פון די אייבערגארגל און נאז איז א ווירוס אינפעקציע קראנקייט פון די העכערע אטעמען גאנגען. די סימפטאמען זענען א הוסט, האלדז ווייטאג, נאזקאטאר, קאפוויי און פיבער. די פארקילונג דויערט בערך זיבן טעג, אבער די סימפטאמען קענען בלייבן צוויי אדער דריי וואכן. פארקילונג איז די מערסט פארשפרייטסטע מענטשלעכע קראנקייט.
דורכשניטלעך, געוואקסענע מענטשן ווערן פארקילט צוויי אדער דריי מאל א יאר, אבער קינדער וואס גייען אין שולע אדער חדר ווערן פארקילט אפילו צוועלף מאל א יאר.
ענלעך צו פארקילונג זענען גארגל אנצינדונג און סינוס אנצינדונג.
די בעסטע שוץ קעגן פארקילונג איז א הקפדה אויף וואשן די הענט. היינטיגער מעדיצין האט נישט קיין רפואה פאר פארקילונג.
פארקילונג איז אנדערשט ווי גריפע, וואס קומט פון אן אנדער ווירוס און האט שווערערע סימפטאמען.