סטאטוע
א סטאַטוע איז אַ סקולפּטור וועלכער רעפּרעזענטירט איין אָדער מער מענטשן אָדער חיות (רעכנט אויך אריין אַבסטראַקט קאנצעפטן וועלכע רעפּרעזענטירן מענטשן אָדער חיות), נאָרמאל זענען זיי פולען לענג, און לכל הפחות נאָענט צו לעבן-פאָרמאַט, אָדער אפילו גרעסער.
די דעפיניציע פון אַ סטאַטוע איז נישט שטענדיג קלאָר. סקולפּטורן פון אַ מענטש אויף אַ פערד, גערופן עקוועסטריאַן סטאַטועס, איז זיכער אַריינגערעכנט, און אין פילע פאלן איז אַ סקולפּטור פון צוויי מענטשן אויך פאררעכנט אלץ סטאטוע. א קליין סטאַטוע, געוועטליך גענוג קליין צו קענען ווערן אויפגעהויבן, איז גערופן אַ סטאַטועט אָדער פיגורין.
פילע סטאַטועס זענען געבויט אויף קאָמיסיע צו קאַמעמארירן אַ היסטארישע פּאַסירונג, אָדער דער לעבן פון אַ איינפלוסרייכער מענטש. אנדערע סטאַטועס זענען געבויעט מיטן כוונה צו זיין פובליק קונסט, און זיי ליגן געוונטליך אינדרויסן אָדער אין פובליק געביידעס ווי ביבליאטעקס אדער מוזעאומען.
געוויסע סטאַטועס האבן געווינען רום אין זייער אייגן רעכט, געוואנדן לויט דעם מענטש אָדער באַגריף וואס זיי שטעלן פאָר, א ביישפיל די סטאַטוע פון ליבערטי.
עס איז פאראן א לעגענדע אז אין סטאטועס פון רייטנדע מענטשן טוט די פאזיציע פונעם פערדס פירשט אנווייזן וויאזוי דער רייטער האט געטראפן זיין סוף. איין קאָפּעטע אויפגעהויבן פון דער פּאָדלאָגע וועט אָנווייזן אז דער רייטער איז געשטארבן פון וואונדן באקומען אין שלאַכט, אָדער איז ער סתם אוזי פארוואונדעט געווארן אין שלאַכט. צוויי קאפעטעס אויפגעהויבן פון דער פּאָדלאָגע וועט אָנווייזן אז דער רייטער איז גע'הרג'עט אין שלאַכט. אַ בליק אויף עקוועסטריאַן סטאַטועס אין רוב הויפּט אייראפעישע שטעט ווייזט אז דאס איז נישט אמת. אויב עס איז אמת, ווייזט עס אויס אז דער מנהג איז געשטארבן אין דעם 19טן יאָרהונדערט.
אין יידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לויט דער תורה טאר א ייד נישט מאכן קיין סטאטוע.