ניקאליי קאפערניק
געבורט |
19 פעברואר 1473 טויערן, קעניגלעכע פרייסן |
---|---|
טויט |
24 מאי 1543 (אלט 70) פרויענבורג, קעניגלעכע פרייסן |
פעלדער | אסטראנאמיע, מאטעמאטיק, מעכאניק, עקאנאמיק |
מונחה לדוקטורט | געארג יאאכים רעטיקוס |
ניקאליי קאפערניק (לאטיין: Nicolaus Copernicus, פויליש: Mikołaj Kopernik; 19טן פעברואר 1473 - 24סטן מיי 1543) איז געווען א פוילישער אסטראנאם, מאטעמאטיקער און עקאנאמיסט, וואס האט אנטוויקלט דעם העליאצענטרישן מאדעל (לויט וואס די פלאנעטן דרייען זיך ארום דער זון). אסטראנאמיע איז נישט געווען זיין הויפט ארבעט, נאר א האבי זיינער.
מיט זיין ארבעט אין אסטראנאמיע האט אנעהויבן א נייע תקופה אין וויסנשאפט.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאפערניק איז געבוירן געווארן אין טארן, קעניגלעכע פרייסן, וואס איז דעמאלסט געווען אינעם קעניגרייך פון פוילן, אין א דייטשער משפחה. ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט.
אין 1497 איז זיין פעטער געווארן ביסקופ פון ווארמיע. ער האט געשיקט קאפערניק אויף פארשידענע דיפלאמאטישע שליחותן.
די נאכפאלגער פון קאפערניק אין אסטראנאמיע זענען געווען טיכא בראהע און יאהאנעס קעפלער.