מצווה טאנץ
מראה
די מצוה פון טאנצן פאר א כלה און דעם טאג פון איר פארהיירונג, כדי זי צו דערפרייען.
חז"ל אז עס איז א גרויסע מצוה, ווי עס שטייט, כיצד מרקדין לפני הכלה, כלה נאה וחסודה.
ביי חסידים, איז דער מנהג, נאך דער פארהיירונגס צערעמאניע, טוט א ספעציעלער מענטש (געווענדליך געדינגען פאר געלט), וואס האט דעם טאלאנט פון זאגן וויצן און אויך זינגען מיט גראמען, טוט אויסרופן די נאנטע פאמיליע און איז מכבד צו טאנצן.
מען טאנצט פאר דער כלה ווען מען האלט איין עק פון א גארטל, און די כלה האלט דעם צווייטן עק. נאך דעם טאנצט מען מיטן חתן. ביי פארשידענע טאנצט דער פאטער פון דער כלה טאנצט מיט זיין טאכטער האנד ביי האנד, און אויך דער חתן אליין.
ביי די טשערנאבלער אייניקלעך ווערט דער 'מצוה-טאַנץ' אויך געפירט א טאג פאר דער חתונה ביי א סעודה וואס הייסט "חתן מאהל".