מערב לאנדאן ליניע
מערב לאנדאן ליניע | |
לאנדאנער איבערגרונט דינסט ביי אימפעריאל ווארף | |
אינפֿא | |
טיפ | פארשטאטישע באן פראכט באן |
סיסטעם | נאציאנאלע באן |
לאקאציע | גרויסלאנדאן |
צאל סטאנציעס | 6 |
אפעראציע | |
אייגנטומער | נעצווערק באן |
פארוואלטער | לאנדאנער איבערגרונט סאדערן |
טעכניש | |
אפשטאַנד | 1,435 מ״מ |
עלעקטריפֿיקאציע | 750V DC דריטע שינע 25kV 50 Hz AC |
די מערב לאנדאן ליניע איז א קורצע באן ליניע אין מערב לאנדאן וואס פארבינדט קלאפהאם קנופ אין דרום לאנדאן מיט ווילזדן קנופ אין צפון-מערב לאנדאן. די ליניע איז וויכטיק פאר פראכט דינסטן. פאסאזשירן דינסטן ווערן באזארגט דורך סאדערן און לאנדאנער איבערגרונט.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די מערב לאנדאנער באן האט געעפנט דעם 27סטן מיי 1844 אבער זי האט נישט געהאט גענוג פאסאזשירן און האט זיך צוגעמאכט דעם 30סטן נאוועמבער 1844.
אין 1948 איז די ליניע געווארן א טייל פון ברידישע באן און מ׳האט זי געניצט מערסטן פאר פראכט.
אין 1994 האט מען ווידעראמאל אנגעהויבן א סטאבילע דינסט פאר פאסאזשירן.
אין 2007 האט טראנספארט פאר לאנדאן איבערגענומען די נארד לאנדאן ליניע ווי א טייל פונעם לאנדאנער איבערגרונט איינשליסנדיק די מערב לאנדאן ליניע. מ׳האט געעפנט נייע סטאנציעס אין שעפערדס בוש (2008) און אימפעריאל ווארף (2009).
היינט ווערט די ליניע געוויזן אויף דער טיוב מאפע מיט אן אראנזשן שטרייף.