מזרח כינע ים
מראה
דער מזרח כינע ים איז א ראנד ים מזרח פון כינע. ער איז א טייל פונעם פאציפישן אקעאן און באדעקט א שטח פון 1,249,000 ק"מ².
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער מזרח כינע ים איז ארומגענומען צו מזרח מיט קיושו און די ריוקו אינזלען פון יאפאן, צו דרום מיטן אינזל טייוואן, און צו מערב מיט כינע און דעם קאנטינענט אזיע. ער איז באהאפטן מיטן דרום כינע ים מיטן טייוואן דורכגאס און מיטן ים פון יאפאן מיטן קארעע דורכגאס. צו צפון איז ער אפן צום געלן ים.
מדינות וואס גרענעצן מיטן ים זענען (זייגערווייז פון צפון): דרום קארעע, יאפאן, די רעפובליק פון כינע און כינע.