כאמאס
כאמאס אָדער האַמאַס אָדער חמס (אראביש: حماس; ווערטלעך: "קנאות") איז א פּאלעסטינער סוניט-איסלאמיסטישער מיליטער־פאליטישע באװעגונג װאס איז רעגירט געװארן דעם עזה פאס זינט 2006. זי קאנטראלירט נאר חלקים פונעם פאס אין איצטיקען מאמענט צוליב מדינת ישראעלס קריקדערלאנג צום אקטאבער 2023 שחיטה.
אקטאבער 2023 שחיטה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אום 7טן אקטאבער 2023 (שבת שמחת תורה אין יידישן לוח) האט כאמאס ארויסגעשאסן א באראשז פון ראקעטן אין ריכטונג פון ציווילע געגענטער, און די זעלבע צייט האבן כאמאס טעראריסטען (צוזאמען מיט פאלעסטינער זשורנאליסטן און בילדער כאפערס) אינוואדירט אויף טרעקלעך מאטארציקלען שיפן און פאראגליידערס צו יישובים אין דרום ארץ ישראל און האבן אויסגע'שחט'ן אומשולדיגע זיידעס, באבעס, טאטעס, מאמעס, קינדער, און עופעלעך אין זייער בעטלעך. א טייל האבן זיי לויט באריכטן פארברענט לעבעדיגערהייט מער פון א 1100 אומשולדיגע ציווילע ישראלים זענען אומגעברענגט געווארן, און זיי האבן אומגעברענגט און איבערגענומען מיליטערישער באזעס אין דרום א"י. און אויך האבן די טעראריסטען (צוזאמען מיט ציווילע פון עזה וואס האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט) פארכאפט 236 אומשולדיגע ציווילע כולל - פארעלטערטע מענטשן טאטעס און מאמעס, קינדער און בעיביס.
"כאמאס" איז באצייכנט געווארן ווי א טעראר ארגאניזאציע דורך ישראל, די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע און דעם אייראפעישן פארבאנד.
פאליטיש
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאנואר 2006, האט זי געוווּנען ביי די וואלן קעגן פאַטאַך.
כאַמאַסטאַן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין מאנאט יוני 2007 האט אויסגעבראכן א גרויסע מלחמה צווישן די כאמאס מיט די פאטאך, וואס האט צוגעבריינגט א מיליטערישער איבערקערעניש, און במשך די צייט האבן די כאמאס באוויזן צו פארכאפטן די מאכט אין עזה און דאס דערקלערן אין זייער פולשטענדיגן הערשאפט.
דער שטח ווערט יעצט גערופן דורך אסאך לענדער כאמאסטאן. דאס ווארט "כאמאסטאן" האט ביבי נתניהו ערפינדן, און די מערב וועלט פרעסע האט זיך צוגעכאפט צו דעם נאמען און זיי רופן עס אזוי אן.
אלס נקמה האט די פאטאך גרופע פארשטערקערט זייער מאכט אין די מערב ברעג און אויפגעזאגט דעם פאראלאמענט פירער איסאמעל האנייע.
צוליב שרעק פון נקמה האבן אסאך כאמאסניקעס אפגעשניטן די בערד מען זאל זיי נישט דערקענען און דערפאר טשעפן.