יעקב יצחק פון פשיסחא
געבורט |
1766 פוילן |
---|---|
טויט |
1813 (אלט 47 בערך) פוילן |
מדינה | פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
פאך | רב |
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם ״ייד הקדוש״. טאמער זוכט איר דעם דינאווער רבי, זעט יצחק יעקב ראבינאוויטש (דינאוו).
רבי יעקב יצחק ראבינאוויטש זצ"ל (ה'תקכ"ז - י"ט תשרי ה'תקע"ד), רבי אין פרשיסחא, באקאנט אלס דער ייד הקדוש, דער גרינדער פון דעם פוילישן שטייגער אין חסידות.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב יצחק איז געבוירן אין פשעדבארז אין יאר ה'תקכ"ז צו זיין פאטער הרב אשר, רב אין פשעדבארז.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב יצחק איז נאך אין זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו חסידות דורך דעם רבין הרב דוד פון לעלאוו, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון חוזה פון לובלין. וויבאלד מען האט נישט געוואלט רופן רבי יעקב יצחק ביים נאמען פון זיין רבין האט מען אים געריפן דער ייד הקדוש.
נאך ביים לעבן פון זיין רבין דער חוזה, האט דער ייד הקדוש אויפגעשטעלט זיין אייגענעם חסידישן הויף אין פרשיסחא, געגרינדעט אויף זיין אייגענעם שטייגער, ארום גענומען מיט לומדים און שארפע יונגעלייט, שפעטער באקאנט אלס פוילישע חסידים, וועלכעס האט ארויס גערופן א שפאלטונג מיט די אנדערע תלמידים פון חוזה.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב יצחק איז נפטר געווארן י"ט תשרי ה'תקע"ד, אין ליגט אין פרשיסחא.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער:
- רבי ירחמיאל ראבינאוויטש (ה'תקמ"ד - ח' אייר ה'תקצ"ד), זיין ממלא מקום אין פרשיסחא.
- רבי יהושע אשר ראבינאוויטש (ה'תקס"ד - כ"ה אייר ה'תרכ"ב), פון פאריסאוו
- רבי נחמיה ראבינאוויטש פון ביכאוו
- מרת רבקה רחל, די ווייב פון רבי משה בידערמאן פון לעלאוו.
זיינע תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון זיינע באקאנטע תלמידים:
- רבי שמחה בונם באנהארד פון פרשיסחא.
- רבי מנחם מענדל מארגנשטערן פון קאצק.
- רבי ישראל יצחק קאליש פון ווארקא.
- רבי חנוך העניך הכהן לעווין פון אלעקסאנדער.
- רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש פון ראדאמסק.