לדלג לתוכן

טריק-טראק

פֿון װיקיפּעדיע
א טריק־טראק סעט אנטהאלט א טאוול, צוויי סעטן פון פופצן ביינדלעך, צוויי פאר ווערפלעך, צוויי ווערפעל־בעכערס און א טאפלן קוב.

טריק־טראַק (ענגליש: backgammmon; טערקיש: tavla; קורדיש: nerd) איז פון די עלצטע טאוול-שפילן אין דער וועלט. צוויי שפילער שפילן, און מען באוועגט די ביינדלעך לויטן אויסקומפט פון צוויי ווערפלעך. דער געווינער איז דער ערשטער וואס האט אראפגענומען אלע זיינע ביינדלעך פונעם טאוול.

כאטש דער אויסקומפט פונעם שפיל איז אפהענגיק אין מזל, אבער סטראטעגיע שפילט א גרויסע ראלע.

דער שפיל־טאוול האט 24 לאנגע דרייעקן וואו מען לייגט די ביינדלעך, און יעדער שפילער האט 15 ביינדלעך.

די שפיל פון טריק־טראק האבן שטארק שטודירט די קאמפיוטער וויסנשאפטלער, וואס האבן אנטוויקלט ווייכווארג וואס קענען געווינען דעם שפיל קעגן די בעסטע מענטשלעכע שפילער.

א שפיל ענלעך צו טריק־טראק האט מען געטראפן אין אוראלטער פערסיע, פאר טויזטנער יאר צוריק. די שפיל נרדשיר דערמאנט אין מסכת כתובות דף ס"א עמוד ב איז גאנץ מעגלעך דער זעלבער שפיל.

היינט איז דער שפיל זייער פאפולער ביי גרוזיאנער, ארמענער, אראבער און טערקן.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טריק-טראק