חודש
א חודש אין דעם יידישן קאלענדאר איז א פעריאד פון 29 אדער 30 טעג. א געוויינטלעך יאר האט צוועלף חדשים און אן עיבור יאר האט 13 חדשים.
דער ערשטער טאג פונעם חודש הייסט ראש חודש. אמאל פלעג מען קובע זיין ראש חודש ווען צוויי עדים האבן געזען די נייע לבנה. היינט ניצט מען אן אויסגערכנטן לוח, וואס איז קובע ראש השנה לויטן מולד פון תשרי און די אנדערע חדשים לויט געוויסע פרינציפן. אין דער תורה ווערט נישט דערמאנט קיין נעמען פון די חדשים, אבער אין גלות בבל האט מען אויפגענומען די נעמען פון די חדשים פון דער אראמישער שפראך.[1] די נעמען זענען:
- ניסן 30 טעג
- אייר 29 טעג
- סיון 30 טעג
- תמוז 29 טעג
- אב 30 טעג
- אלול 29 טעג
- תשרי 30 טעג
- מרחשון 29 טעג נארמאל, אבער 30 טעג ווען דאס יאר איז מלא (פֿול)
- כסלו 30 טעג נארמאל, אבער 29 טעג ווען דאס יאר איז חסר (פֿעלט)
- טבת 29 טעג
- שבט 30 טעג
- אדר 29 טעג
אין אן עיבור יאר לייגט מען צו א חודש אדר ראשון (אדר א') מיט 30 טעג נאך שבט, און מען רופט דעם צווייטן אדר "אדר שני" אדער "ואדר".
די יידישע חדשים |
ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב') |
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ אבן עזרא אויף מגילת אסתר ב טז