לדלג לתוכן

ווידרע

פֿון װיקיפּעדיע
ווידרע

וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: Chordata
קלאַס: זויגערס
סדר: Carnivora
פֿאַמיליע: Mustelidae
אונטערפֿאַמיליע: Lutrinae
באנאפארטע, 1838

א ווידרע (וויסנשאפטלעכער נאמען: Lutrinae) איז איינער פון דרייצן זגאלן פון וואסער זויגערס, וואס זענען אן אונטער־משפחה פון דער וויזעלע משפחה, וואס איז כולל וויזעלעס, אילטיסן און טאקסן. זיי עסן פיש, באשעפענישן אן א רוקנביין, אמפיביעס, און קליינע פייגעלעך און זויגערס. א ווידרע לעבט 16 יאר.

ווידרעס האבן א קערפער וואס איז שמאל און לאנג, און האבן הייטלדיקע לאפעס און שארפע קרעלן אויף די פיס. אחוץ דער ים ווידרע האבן זיי א לאנגע וויידל. א געוואקסענע ווידרע איז לאנג צווישן 80 און 160 צ"מ, מיט א געוויכט פון 1 ק"ג ביז 45 ק"ג. זיי האבן א ווייכן פעלץ וואס איז באדעקט מיט א דרויסנדיקער שיכטע פון האר.

ווידרעס לעבן אפט אין קאלט וואסער און דארפן עסן א סאך. די אייראפעישע ווידרע עסט יעדן טאג 15% פון איר אייגענעם געוויכט און די ים ווידרע ביז 25%.

די ים ווידרע לעבט אין אקעאן, אבער זי רוט און שלאפט ביים ברעג. זי איז די שווערסטע ווידרע, ביז 45 ק"ג.

די נקבות טראגן פון איין ביז פינף קליינע אויף אמאל.