אילטיס

פֿון װיקיפּעדיע
אייראפעישער אילטיס

דער אילטיס (Mustela putorius) איז א חיה (פון דער משפחה Mustelidae) וואָס איז א קרוב צו דער ווידרע, דעם וויזל און דעם מינק. זיי זענען טונקל–ברוין מיט א העלער מאסקע איבערן פּנים, בלאסן געל פּעלץ אונטער דעם קערפּער, א לאנגן וויידל און קורצע פיס. זיי זענען א ביסל גרעסער ווי וויזלען, מיט א געוויכט פון 0.7 ק"ג (נקבות) און 1.7 ק"ג (זכרים). מען געפינט אילטיסן אין אלע אייראָפּעישע לענדער.