וואלטער
געבורט |
21 נאוועמבער 1694 פאריז, Q70972 |
---|---|
טויט |
30 מאי 1778 (אלט 83) פאריז, Q70972 |
מדינה | פראנקרייך |
פרסים |
פור לע מעריט פאר וויסנשאפטן און קונסטן קאלעגע פון דער קעניגלעכער געזעלשאפט |
אונטערשריפט | |
וואלטער (פראנצויזיש: Voltaire) איז דער פסעוודאנים פון פראנסואַ-מאַרי אַרוע (פראַנצויזיש: François-Marie Arouet; 21סטן נאוועמבער 1694 - 30סטן מיי 1778), א פראנצויזישער פילאסאף און שרייבער.
וואלטער איז געווען פון די וואס האבן נישט מסכים צו גלייבן אלץ וואס די רעגירונג און די קירכע האבן געהייסן, נאר זיי האבן געהאלטן אז יעדער איינער אויסטראכטן פאר זיך זיין אייגענע דעה.
צוליב א מעשה ווען מען האט וואלטער אריינגעלייגט אין טורמע אין דעם באסטיל האט ער געבעטן מען זאל אים שיקן ענדערשט אין גלות, און אין 1726 האט מען אים געשיקט קיין ענגלאנד ביז 1729. דארט האט ער געטראפן דעם ענגלישן פילאסאף דזשאן לאק.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין זיין יוגנט איז וואלטער געווען קראנק און אויך איז ער פאר'יתומט געווארן פון זיין מוטער. ביי די 16 יאר האט וואלטער פארלאזט די שולע און ער האט אנגעהויבן שרייבן, טראץ דעם וואס זיין פאטער האט געוואלט אז ער זאל ווערן אן אדוואקאט.
אין 1755 האט וואלטער זיך באזעצט אין גענף. אין 1758 האט ער פארלאזט גענף און געקויפט דעם מאיאנטעק "פֿערניי" (Ferney), אויפן פראנצויזישן-שווייצער גרענעץ. אין דעם מאיאנטעק האט ער ווייטער געשריבן כמעט ביז זיין לעצטן טאג.
ער האט געשריבן צענדליקע ביכער, הונדערטער ארטיקלען און טויזנטער בריוו צו זיינע פריינט אין אייראפע. אויף פרנסה האט ער קולטיווירט זיידווערעם און האט דערפאלגרייך פארקויפט זייער פראדוקט.
אין 1778, ביי דער עלטער פון 83, האט וואלטער צוריקגעקערט קיין פאריז, זיין געבורטשטאט. ווען ער איז אנגעקומען דארטן איז ער געשטארבן. די קירכע האט נישט געלאזט האבן א רעליגיעזע קבורה, און מען האט אים געדארפט באגראבן גאנץ ווייט אין שאמפאניע.