לדלג לתוכן

הערמאן גערינג

פֿון װיקיפּעדיע
הערמאן גערינג
Hermann Göring
געבורט 12 יאנואר 1893
דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 אקטאבער 1946 (אלט 53)
נירנבערג, דייטשלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה נאצי דייטשלאנד, דייטשע אימפעריע, דייטשלאנד, שוועדן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הערמאן גערינג

הערמאן גערינג (דעם 12טן יאנואר 1893 - 1946), פון די הויפטן פון דעם נאצישן רעזשים, אין דייטשלאנד.

געבוירן אין 1893, און ער איז באגאנגען זעלבסטמארד, איידער ער איז אומגעקומען דורכן געריכט.

אין 1922, איז ער געווארן א מיטגליד אין די נאצי פארטיי, און געווארן קאמאנדיר פון די עס ע, ביי די נאצי פוטש 1923, האט ער טייל גענומען, און ווען עס איז דורכגעפאלן, איז ער אנטלאפן פון דייטשלאנד.

אין 1932, ווען די נאציס זענען געקומען צו דער מאכט, איז ער ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט פונעם רייכסטאג, א יאר נאכדעם איז ער געווארן פרעמיער מיניסטער פון פרייסן, און מיניסטער פאר פלי-געצייג אין דייטשלאנד.

ביי די צווייטע וועלט מלחמה, איז ער געווען הויפט פון די לופטוואפע, און געווען צווייטער נאך היטלער, גערינג איז געווען פאראנטווארטליך, פארן באראבעווען די יידן, פון דייטשלאנד. און פארן פארטרייבן די יידן, וואס איז געווען אייכמאןס פלאן.

אין יולי 1941, האט איבערגעגעבן די ענדגילטיגע לייזונג, פאר ריינהארד היידריך.

נאך דער מלחמה, איז ער פאראורטיילט געווארן צום טויט, ביים נירנבערג פראצעס, און א טאג איידער ער האט געדארפט אומקומען דורך תליה, האט ער זיך גענומען דאס לעבן.