הלל פירסטנבערג
געבורט |
29 סעפטעמבער 1935 (אלט 89) בערלין, נאצי דייטשלאנד |
---|---|
פעלדער | מאטעמאטיק |
דאקטאראט-מענטאר | סאלאמאן באכנער |
בת זוג | רחל כהן |
הלל פֿירסטנבערג (דייטש: Hillel Fürstenberg געבוירן דעם 29סטן סעפטעמבער 1935) איז א פרומער יידישער מאטעמאטיקער, א ישראלישער, א פראפעסאר עמעריטוס אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, פון די אנטוויקלער פון ערגאדישער טעאריע און טאפאלאגישער דינאמיק, בארימט פארן באניץ פון מאס טעאריע און מעגלעכקייט צו נומערן טעאריע און צו לי גרופעס. ער איז געווארן באלוינט, צווישן אנדערע, מיט די ישראל פריז, אמת פריז, וואָלף פרייז (צוזאַמען מיט סטעפֿאן סמייל( און איז דער ערשטער ישראל צו געווינען די אבעל פרעמיע (פֿאַר 2020, צוזאַמען מיט גרעגארי מארגוליס).
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הלל פֿירסטנבערג איז געבוירן געווארן דעם 29סטן סעפטעמבער 1935 אין בערלין, נאַצי דייטשלאַנד . אין 1939, גלייך נאכן קריסטאלנאכט און קורץ פארן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט מלחמה, האט ער עמיגרירט מיט זיין פאמיליע קיין ענגלאנד. נאך א יאר האט די משפחה אימיגרירט אין ניו יארק אין די פארייניקטע שטאטן. ער האט געלערנט אין דער ישיבה אוניווערסיטעט הויכשולע, און ער האט געענדיקט זיין ערשטן און צווייטן דיפלאמען אין דער עלטער פון 20 אין ישיבה אוניווערסיטעט. אין יענער תקופה האט ער געפֿונען זייַן אָריגינעלן טאָפּאָלאָגישן דערווייַז פֿאַר דער עקזיסטענץ פון אַן אומענדיקייַט פון פרימצאלן[1]. דערנאך איז ער אריבערגעגאנגען לערנען אין פּרינסטאן אוניווערסיטעט[2] אונטער דער אינסטרוקציע שלמה באכנער אַ באַרימטער מומחה אין האַרמאָנישן אַנאַליז און אנדערע געביטן. ער האָט געענדיקט זיין דאָקטאָראַט דיסערטאציע וועגן סטאָכאַסטישע פּראצעסן אין 1958. ער האָט ווייטער געארבעט אלס לעקטאר אין פרינסטאן אוניווערסיטעט ביז 1959.
אין 1965 האָט ער אימיגרירט קיין ישראל וואו ער האָט באקומען א פראפעסאר שטעלע אין דעם איינשטיין אינסטיטוט פאר מאטעמאטיק אינעם העברעאישן אוניווערסיטעט. זיין אַקטיוויטעטן האָבן בייגשטייערט צו דעם סטאַטוס פונעם איינשטיין אינסטיטוט ווי אַ חשובער אינטערנאַציאָנאַלער צענטער אין מאטעמאטיק.
אין 1974 איז ער דערוויילט געוואָרן א מיטגליד אין דער ישראלדיקער נאציאנאלער וויסנשאפט-אקאדעמיע[3], און אין 1977 האט ער געוואונען דעם ראטשילד פריז[4]. אין 1989 האט מען אים דערוויילט אַ מיטגליד אין דער נאַציאנאַלער אַקאַדעמיע פאר וויסנשאפטן פון די פאַראייניקטע שטאַטן.
פערזענלעכע לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1958 האט פירסטענבערג חתונה געהאט מיט ראַשעל (רחל) כהן, א זשורנאליסט און ליטעראַטור-קריטיקערין. דאס פּאָר האָט פינף קינדער, זעכצן אייניקלעך און א גרויסע צאָל אוראייניקלעך.
זיי וואוינען אין רחביה, ירושלים, און פירן אַ רעליגיעז לעבן.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הלל פֿירסטנבערג ביי משפחה