הינדוסטאני
הינדוסטאַני (हिन्दुस्तानी, ہندوستانی,) אדער הינדי־אורדו (हिंदी उर्दू, هندی اردو) איז די שפראך וואס מען רעדט איבער צפון אינדיע און פאקיסטאן.[1][2] די שפראך איז אויך באקאנט אלס הינדי, אורדו.[3] הינדאַווי, און רעכטאַ. די שפראך שליסט איין א סאך ווערטער פון פערסיש, אראביש, טערקישע שפראכן און סאנסקריט.[4][5] די שפראך האט צוויי אפיציעלע פארמען, סטאנדארטע הינדי און סטאנדארטע אורדו,[6] אבער ביי רוב מענטשן קען מען נישט דערקענעען צי זיי רעדן הינדי צי אורדו, און אפילו די אפיציעלע סטאנדארטן האבן גענוי די זעלבע גראמאטיק, נאר אין ליטערארישן שרייבן זענען זיי א ביסל אנדערש, און זיי ניצן אנדערע ווערטער פאר טעכנישע זאכן (אורדו איז מער אן השפעה פון פערסיש און אראביש, און הינדי פארלאזט זיך מער אויף סאנסקריט.[7][8]
הינדוסטאני איז די דריטע מערסטע גערעדטע שפראך אין דער וועלט (נאך מאנדארין און ענגליש).
הינדוסטאני ווערט געשריבן סיי אין דעוואנאגארי סיי אין אראבישער שריפט.
וויקיפּעדיע אויף הינדי |
וויקיפּעדיע אויף אורדו |
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Mohammad Tahsin Siddiqi (1994). Hindustani-English code-mixing in modern literary texts. University of Wisconsin. “... Hindustani is the lingua franca of both India and Pakistan ...”
- ↑ Lydia Mihelič Pulsipher, Alex Pulsipher, Holly M. Hapke (2005). World Regional Geography: Global Patterns, Local Lives. Macmillan. ISBN 0716719045. “... By the time of British colonialism, Hindustani was the lingua franca of all of northern India and what is today Pakistan ...”
- ↑ About Hindi-Urdu. North Carolina State University. דערגרייכט דעם 2009–08–09.
- ↑ Michael Huxley (editor). "The Geographical magazine, Volume 2", Geographical Press. "... For new terms it can draw at will upon the Persian, Arabic, Turkish and Sanskrit dictionaries ..."
- ↑ "Journal of the Royal Society of Arts, Volume 97". "... it would be very unwise to restrict it to a vocabulary mainly dependent upon Sanskrit, or mainly dependent upon Persian. If a language is to be strong and virile it must draw on both sources, just as English has drawn on Latin and Teutonic sources ..."
- ↑ Robert E. Nunley, Severin M. Roberts, George W. Wubrick, Daniel L. Roy (1999). The Cultural Landscape an Introduction to Human Geography. Prentice Hall. ISBN 0130801801. “... Hindustani is the basis for both languages ...”
- ↑ Hindi by Yamuna Kachru
- ↑ Students' Britannica: India: Select essays by Dale Hoiberg, Indu Ramchandani page 175