דרייסיג יעריגער קריג
מראה
די דרײסיג יעריגע קריג אדער דרײַסיק־יאָריקע מִלחָמה איז געווען א קריג וואס האט געדויערט פון 1618 ביז 1648. די קאמפן זענען געווען דער עיקר אין דער הייליגער רוימישער אימפעריע (וואס איז היינט דייטשלאנד). דער קריג האט אנגעהויבן צווישן די פראטעסטאנטישע לענדער און די קאטוילישע לענדער, אבער די האפסבורג דינאסטיע האט אויסגעניצט די מלחמה צו פארגרעסערן איר קראפט. פראנקרייך, כאטש עס איז געווען א קאטויליש לאנד, האבן דערגעגנט די האפסבורגן און געקעמפט מיט די פראטעסטאנטישע לענדער.
די דרייסיג יעריגע קריג האט גוֹרם געווען הונגער און קראנקייט, און די פארבלעמען האבן געצויגן יארן נאכן סוף פון דער קריג.
צום סוף האט מען געמאכט שלום ביים וועסטפאליע אפמאך.