לדלג לתוכן

גוסטאוו מאהלער

פֿון װיקיפּעדיע
גוסטאוו מאהלער
Gustav Mahler
געבורט 7 יולי 1860
Q42585, עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 מאי 1911 (אלט 50)
וויען, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה עסטרייכער אימפעריע, ציסלייטאניע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.gustav-mahler.org
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
גוסטאוו מאהלער אין 1892
חתימה פון גוסטאוו מאהלער

גוסטאַוו מאַהלער (דײַטש: Gustav Mahler [ˈɡʊstaf ˈmaːlɐ]; ‏ 7טן יולי 186018טן מיי 1911) איז געווען אן עסטרייכער קאמפאזיטאר און פון די חשובסטע דיריגענטן פון זיין דור. ער איז געבוירן געווארן אינעם דארף קאלישט, בעהמען, דעמאלטס אין דער עסטרייכישער אימפעריע, היינט קאלישטע אין טשעכיי. שפעטער האט זיך זיין פאמיליע אריבערגעצויגן קיין איגלוי (היינט דזשילהאווע), דארט וואו מאהלער איז אויפגעוואקסן.

מאהלער איז געבוירן דעם 7טן יולי 1860 אין קאלישט, בעהמען, דער צווייטער זון פון זיין פאטער, בערנארד מאהלער, א קרעטשמער, און זיין מוטער מארי. אין דעצעמבער 1860 האבן זיי זיך אוועקגעצויגן אין איגלוי, דארט וואו איז ער געהאדאוועט געווארן און האט אויפגעשטעלט א שענק געשעפט.

אין 1880 האט מאהלער באקומען זיין ערשטע שטעלע ווי א דיריגענט אין דעם קורארט שטאט באד האל, דרום פון לינץ.

יאנואר 1883, איז מאהלער געווארן דיריגענט אין א טעאטער אין אלמוץ. ער האט אריינגעברענגט דארט פינף אפערעס, צווישן זיי ביזעס קארמען.