בערל פרידמאן
מראה
ר' בערל פרידמאן איז דער זון פון ר' ליפא פרידמאן דער לעגענדארער פירער פון סאטמאר דורכאויס די ערשטע יארן אין אמעריקע נאך חורבן אייראפע, און זיין מאמע איז די טאכטער פון קאשוי רב ר' שאול בראך ז"ל.
נישט לאנג צוריק איז ערשינען פון אים א ספר מיט'ן נאמען "יד שלום".
ער איז אויך א ברודער (דורך איין טאטען) פון ר' אברהם פרידמאן דער רעדאקטער פון די צייטונג.
ער פלעגט דינען אלס דער פרעזידענט פון דער סאטמארער קהילה לויט די ארוינים און ריכטער ראזענוואסער פון אפסטעיט ניו יארק. אבער דער אפעלאט קארט האט געלייגט א סטעי איבער זיין פרעזידענטשאפט און דערווייל קען ער גארנישט טאן דערמיט. נאך זיין הסתלקות האט ר׳ יצחק ראזענבערג איבערגענומען זיין פאזציא