לדלג לתוכן

בייקאל אזערע

פֿון װיקיפּעדיע
בייקאל אזערע

די בייקאל אזערע (רוסיש: Озеро Байка́л) איז א גרויסע אזערע אין דרום סיביר, רוסלאנד, נישט ווייט פון אירקוטסק. בייקאל איז די גרעסטע זאמלונג פון פרישוואסער אין דער וועלט.

בייקאל איז לאנג 636 ק"מ און ברייט פון 20 ביז 80 ק"מ. ער איז די טיפסטע אזערע אין דער וועלט, ביז 1,700 מעטער.[1][2] אין בייקאל זענען פאראן 22 אינזלען, דער גרעסטער פון זיי איז אלכאן.

די אזערע האט זגאלן פון פיש וואס מען געפינט נישט אין קיין שום אנדער ארט.

בייקאל האט מער ווי 1000 זגאלן פון פלאנצן[3] און 1550 זגאלן פון בעלי חיים.

53°30′N 108°12′E / 53.500°N 108.200°E / 53.500; 108.200

  1. About Lake Baikal=--- details from the Encyclopedia. irkutsk.org. דערגרייכט דעם 5טן אויגוסט, 2010.
  2. Lake Baikal - UNESCO World Heritage Centre. whc.unesco.org. דערגרייכט דעם 5טן אויגוסט, 2010.
  3. WWW Irkutsk: Animals and fishes of Lake Baikal. irkutsk.org. דערגרייכט דעם 5טן אויגוסט, 2010.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בייקאל אזערע