אלגעברעישע סטרוקטור
מראה
אין מאטעמאטיק, און ספעציפיש אין אבסטראקטער אלגעברע, איז אן אלגעברעישע סטרוקטור א סכום אויף וואס עס ווערט דעפינירט איינע אדער מער בינארישע אפעראציעס.
ביישפילן פון אלגעברעישע סטרוקטורן זענען גרופעס, רינגען, פעלדער און געפלעכטן.
אלגעברעישע סטרוקטורן אילוסטרירן די טעכניקן פון אבסטראקציע און גענעראליזאציע, וואס זענען די יסודותדיקע טעכניקן פון מאטעמאטיק. די אייגנשאפטן פון אלגעברעישע סטרוקטורן ווערט שטודירט אין אבסטראקטער אלגעברע.