Windows Movie Maker

פֿון װיקיפּעדיע
Windows Movie Maker אין Windows Vista

Windows Movie Maker (טײַטש: Windows־פֿילם־באַשאַפֿער) איז אַ גרונטיקע װידעאָ באַשאַפֿער־ רעדאַקטירונג קאָמפּיוטער פּראָגראַם װעלכע איז ניכלל אין פֿאַרשײדענע Windows־װערסיעס. עס איז כּולל פֿאַרשײדענע אײנגנקײַטן װי עפֿעקטן, טראַנזיטאַציעס (װיזועלע איבערגאַנגען), טיטלען/קרעדיטן, לױף־אױדיאָ, צײַט־ליניע, דערצײלונג און אױטאָמאַטיש־פֿילם. מען קען שאַפֿן נײַע עפֿעקטן און טראַנזיטאַציעס אָדער קען מען רעדאַקטירן עקזיסטירטע־ דורך אַן XML קאָד.

Windows ME איז געװעזן די ערשטע אָפּערירן־סיסטעם װעלכע האָט כּולל געװען די Windows Movie Maker. הײַנט צוטאָגס, אין Windows 7 קומט די Windows Movie Maker װי אַ טײל פֿון דער Windows Live װאָס מען קען אַראָפּלאָדירן אומזיסט פֿון מײַקראָסאָפֿטס װעבזײטל און עס איז מער ניט ניכלל װי אַ טײל פֿון די Windows אָפּערירן סיטעמען.