V-1 און V-2 ראקעטן

פֿון װיקיפּעדיע
V-1 ראקעט
V-2 ראקעט

V-1 ראקעטן איז א ראקעטע וואס די נאציס האבן אויסגעטראפן, עס מאכט אן א גרויסע שאדן, און האט אומגעברענגט אסאך מענטשן, דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה. אנהייב מיטן שיסן די V-1 ראקעטן, שפעטער האבן די דייטשן אויסגעטראפן די V-2, דאס איז עטוואס מער פונקטליכער און מאכט מער שאדן.

ביי די צווייטער וועלט קריג ווען די דייטשן האבן געזעהן אז זיי פארלירן דעם קריג, האבן זיי זיך אנגעהויבן באנוצען דערמיט, זיי האבן געשיקט די ראקעטן בעיקר קיין ענגלאנד, וואס האט אהנגעמאכט גרויס שאדן אויף די ענגלישע באפעלקערונג. די ערשטע ראקעטע האבן זיי געשאסן סיון ה'תש"ד (12 יוני, 1944). אויך שפעטער אין דעם גאנג ווען די אליאירטע האבן איינגענומען דייטשלאנד זעלבסט האבן זיך די דייטשען באנוצט דערמיט, ווען די ענגלענדער האבן זיך געשלאגן איינצונעמען אנטווערפן און האלאנד האבן די דייטשען באשאסן די פארט שטאט מיט די ראקעטען, אין איין פאל איז באוואסט אז דער v ראקעטע איז געפארן אויף א טעאטער הויז אין אנטווערפן, און האט גע'הרג'ט הונדערטער מענטשן. ביי די ענדע פון די מלחמה האבן די דייטשן אויסגעשאסן איבער צען טויזענט V ראקעטן.

ווען די דייטשע גענעראלן האבן געדרוקט אויף היטלער אז דייטשלאנד פארשפילט דעם קריג, האט זיי היטלער געענטפערט אז מען האט שוין די V-1 און V-2 ראקעטן און דאס וועט מאכן אז ענגלאנד וועט זיך מוזן אונטערגעבן אונטער דייטשלאנד, פאקטיש האט עס נישט געהאלפן פאר די דייטשן, און די ענגלענדער האבן ווייטער געקעמפט ביז דער פולער דייטשער קאפיטולאציע.

די דייטשן האבן געשיקט קיין יאפאן, מיט צווי סובמארינען, ראקעטעס פון די V סארט, וואס זענען קיינמאל נישט אנגעקומען, עס איז קיינמאל נישט קלאר געשטעלט געווארן פארוואס.

נאכן קאפיטילאציע פון דייטשלאנד, האט די פאראייניקטע שטאטן, און די ראטן פארבאנד, אנגעפירט א געיעג, נאך די דייטשע וויסנשאפטלער, וואס האבן אנטדעקט די ראקעטעס, א גרויסע טייל פון די געיעג דורכאויס די קאלטע קריג יארן, איז געווען נאכדעם וואס די דייטשע וויסנשאפטלער, האבן אסאך אויפגעטון מיט זייער ערפארונג מיט קאסמאס.