איך בין בעסער באקאנט אלס TheIsraeliSudrian (ד"ה: "דער ישראלדיקער סאָדאָרער", נאך דעם אינזל סאָדאָר אין "טאמעס און פריינט"). ערשט האב איך אנגעהויבן באטייליקן זיך אין די העברעאישע וויקיפעדיע, און שפעטער אויף ענגליש. אין יוני 2014 האב איך געפונען יידיש אין גוגל טראנסלייט, און געפירט עקספערימענטן מיט גרונטיקע ווערטער און טראנסקריפציעס פון נעמען. אבער, אין דער צייט האב איך געמיינט אז די שפראך איז געווען מאדנע און לעכערלעך, און איך האב זי קוים פארשטייט אדער רעספעקטירט. די דאזיקע קאנטע איז אריגינאל געשאפן געווארן צו "באהאלטן" מיין אידענטיטעט, און דער נאמען "לאג רעיל" איז א פאלשע טראנסקריפציע פון laG roiL, דער אריגינעלער נאמען פון מיין הויפט קאנטע. ווייל איך בין נישט געווען ערנסט, מיינע ערשטע פרוון צו שרייבן אויף יידיש זענען געווען פּאַטעטיש.
אבער, זינט 2015 האב איך געלערנט די שפראך מיט הילף פון אנדערע באניצער (בפרט פוילישער). ווייל מיינע הויפט שפראכן זענען העברעאיש און ענגליש (און א סך ווערטער זענען זייער ענלעך אדער אידענטיש אויף אנדערע שפראכן), לערנען זיך יידיש איז געווען זייער גרינג פאר מיר. איך האב אפילו געשאפן העכער 350 ארטיקלען, מוסטערן און קאטעגאריעס, און אויך פארבעסערט א טייל ארטיקלען וואס איך האב נישט געשאפן. אויך האב איך איבערגעזעצט א סך באניצער קעסטלעך פון די העברעאישע וויקיפעדיע, צוזאמען מיט זייערע קאטעגאריעס. כאטש מיין אינטערעס אין יידיש, איך האב נישט קיין אינטערעס אין טעמעס פון יידישקייט ווי רבנים, חסידים, רעליגיעזע טעקסטן און נאך. צוליב דאס, איך שרייב כמעט נאר וועגן אלגעמיינע טעמעס וואס וויקיפעדיע זאל אנטהאלטן אויף יעדע שפראך (אויב מעגלעך). אלע מיינע ארטיקלען זענען איבערגעזעצט פון ענגליש אדער העברעאיש, בפרט פשוטע ענגליש.