NSA

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הויפטקווארטיר אין מערילענד

די נאצינאלע זיכערהייט ארגאניזאציע אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע איז געשטעלט אויף אויפכאפן סיגנאלן און קאמיוניקאציע קאנאלן פארדעכטיגט צו דינען אנטקעגן אמעריקע׳ס אינטערעסן. אין דעם איז אריינגערעכענט אינטערנעט {זיפ} פילטערונג טעלעפאן באגס און יעדע קאמוניקאציע מיטל. דאס איז א געהיימע ארגאניזאציע גלייך צו די CIA נישט וויסנדיג די בוזשעט און אגענטן די צאל. ס'איז אנגענומען אלץ דער וועלט'ס גרעסטע שפיאנאזש אגענטור. די אגענטור איז אונטער דעם פארטיידונגס דעפארטמענט.

ס'גייט ארום אזא ווערטל אז די ראשי תיבות פון די אגענטור איז N'o S'uch A'gency פרייע אפטייטש: נישטא אזא אגענטור, אדער N'ever S'ay A'nything פרייע אפטייטש: קיינמאהל נישט זאגן גארנישט, צוליב די געהיימניספולקייט וואס נעמט ארום די אגענטור אסאך יארן איז די אגענטור געווען אונטער א שלייער אז אפילו איהר עקזיסטענץ איז נישט באשטעטיגט געווארן דורך דער רעגירונג. וואס דאס ברענגט די רייץ אז אפילו היינט וואס מ'ווייסט פון איהר עקזיסטענץ שטעלט מען אויס בילדער און מ'ציילט קאר'ס פון די פארקינג לאט מ'קוקט ביל'ס און נאך כדי געוואר צו ווערן עפעס מער איינצעלהייטן איבער דער אגענטור און די וואס גייען צו ווייט אפילו צייטונגען קענען צומאל הערן פון פרעזידענט: ביז דא עד כאן אזוי ווי ס'האט שוין פאסירט עטליכע מאהל, ווי בוש ביי די USA TODAYS ארטיקל.


פארשטייט זיך אז פון די אקטיוויטעטן וואס מ'ווייסט שוין יא ציעט עס אסאך קריטיק דאס אז אלע טעלעפאן ליניעס ווערן געבאגט האט געדרייט א קאפ פאר פרעזידענט בוש און אזוי ווייטער.

ביי דער צווייטער וועלט קריג זענען אסאך קאד'ס געבראכן געווארען דורך דער אגענטור.

Seal of the U.S. National Security Agency.svg


וועבלינקס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]