MS-DOS

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פענסטער פון DOS

MS-DOS (ר"ת MicroSoft Disk Operating System) איז די ערשטע ווערסיע פון מייקראסאפטס אפערירן סיסטעםען פון די ערשטע פערזענלעכע קאמפיוטערס. די אפערירן סיסטעם איז ארויס אין עטליכע ווערסיעס פון 1.0 ביז 6.22 אין פארלויף פון עטליכע יאר ביז ס'איז ארויס דער Windows 95.

מייקראסאפט האט אפגעקויפט די פראגראם DOS פון א פראגראמירער פון Data General געזעלשאפט, און האט דאס גענוצט פאר אלע איי.בי.עם. קאמפיוטערס.

די אפערירן סיסטעם האט געארבעט טעקסטואליש אן קיין (GUI) און ס'האט געקענט אנהאלטן נאר איין פראגראם אין איין וויילע. אויך איז דאס געווען באגרעניצט נאר צו 1 מעגע בייט פון RAM.