לדלג לתוכן

2024 איראנער העליקאפטער קראך

פֿון װיקיפּעדיע

 דעם 19טן מאי 2024, איז אן איראנער מיליטערישער העליקאפטער אראפגעפאלן אין באקרבאד, נעבן ווערזקאן, איראן, בשעת עס איז געווען אויפן וועג פון גיז גאלאסי דעמביס צו טאבריז, הרג׳ענדיג אלע וואס זענען געווען דערויף.

דער העליקאפטער האט געטראָגן דעם פרעזידענט פון איראן עבראהים ראיסי, דער אויסערן מיניסטער הוסיין אמיר-אבדולאכיאן, דער גובערנאטאר פון דער מזרח אזערביידזשאן פראווינץ מאלעק ראַמאטי, און מוחמד עלי אל-האשם. ראיסי׳ס זיכערהייט שעף און דריי מיטגלידער פונעם פלי-קאמאנדע זענען אויך אומגעקומען אינעם קראַך.