לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:ווערטערבוך

פֿון װיקיפּעדיע
דא קענט איר פרעגן ווי מען שרייבט א ווארט צו א זאץ אויף יידיש

ציל פון דעם ווערטער בוך בלאט

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער בלאט באדינט די וויקיפעדיער באהאנדלען נייע טעכנאלאגישע אדער אנדערע ענדלעכע ווערטער און באגריפן וואס האבן נישט קיין באשטימטע אדער אייניקע איבערזעצונג צווישן די יידיש־ רעדער ווייל זיי זענען נאך צו ניי. צב"ש קוקט אריין אין די שמועס בלעטער פאר די אלע שמועסערייען צו צולייגן אייער מיינונג. איינמאל מען קומט צו א באשלוס אינעם שמועס זייט וועט מען דא אויסרעכענען אלע טערמינען אלס א צענטראלער פראיעקט בלאט וויאזוי דער קהילה זאל זיך פירן פון היינט מאל אן.

דא וועלן מיר נישט באשטימען קיין כללים אין דקדוק ווי אזוי צו שרייבן אידיש אויף דעם איז דא ווערטערבוך. דא זאל מען בלויז באהאנדעלן די דאזיגע ווערטער וואס זענען אין פראגע צייכן און פארלאנגט די מיינונג פון אנדערע.

דער דיון איז בעיקר נוגע די קעפלעך פון ארטיקלען וואס מיר שרייבן איר סיי ווי סיי אן קיין נקודות, נישט פון ייוו"א און אפילו נישט פון אָ אדער אַ נאר דאס ווערט א רידיירעקט צוליב איינפאכע פראקטישקייט פון וויקיפעדיע:זוכן טול.

וויקיפעדיע אנערקענט יעדן'ס פארשידענארטיקער אפשטאם און מנהג ווי אזוי מען שרייבט. אבער אויב איינער האט א ספק וואסארא ווארט פאסט זיך די מערסטע צו דינען אלס איר הויפט קעפל און די אנדערע ווערטער זאלן בלויז ווערן רידיירעקטס, וועט מען זיך אויסשמועסן דא איבער ווי אזוי איז די בעסטער אויסוואל דאס צו שרייבן.

קודם איז געאייגענט צו נאכקוקן אין אנדערע פראפעסיאנאלע ווערטערביכער.


ווערטער פון עברית צו אידיש און אויסדרוק

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • גדר הפרדה - שיץ-מויער/וואנט
  • תוכנית ההתנתקות - ריקצוג-פלאן
  • הפרדת רשויות - צעשײַדענע מאַכטן
  • אמנה חברתית - געזעלנשאַפֿטלעכער טשאַרטער
  • משאל עם - אַ פֿאָלקס רעפֿערענדום
  • הפרדת דת מהמדינה - צעשײַדן רעליגיע פֿון מדינה
  • שלטון העם - דעם פֿאָלקס מאַכט
  • רצועת עזה - עזה-פּאס
  • מודיעין צבאי - מיליטערישער אינטעליגענץ
  • ראש ממשלה ממין נקבה? - פרעמיער מיניסטערשע
  • הוצאה להורג - עקזעקוציע
  • Online (שידור חי) -
  • בוגרי הישיבה - ישיבה גראדואנטן
  • קרנות גמילות חסדים -

שאלות וויאזוי צו שרייבן ווערטער וואס מ'טרעפט ביידע שריפטן אייניג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • וואס איז די גענויע אונטערשייד פון געווען צו געוועזן? - עס איז ניטא קיין אונטערשייד.
  • UN אדער יו ען אדער יו.ען. אדער יו. ען. אדער יו-ען אדער יו־ען
  • אי-מייל, בליץ פאסט, ע-פאסט.
  • אונז אדער אונדז.
  • גייסטישע קרענק אדער גייסטלעכע קרענק.
  • געווען אדער געוועזן
  • העלעפאנד אדער עלעפאנט
  • זינען זין איז דאס דעת אדער כוונה
  • איד אדער ייד
  • טאני בלער אדער טאני בלייר
  • ווען זשאן און ווען דזשאן
  • הייליג מיט א ג' אדער הייליק מיט א ק'.
  • ריטשארד אדער ריכארד.
  • צעל אדער קאמערל?
  • יארהונדערט אדער יאר-הונדערט אדער יאר הונדערט
  • דאלער אדער דאלאר
  • געשטאפא צי געסטאפא
  • בראנז אדער בראנדז אדער בראנזע? וויינרייך שרייבט "בראנדז"; הארקאווי און רייכער שרייבן "בראנז"