װיקיפּעדיע:וויקידאטן

פֿון װיקיפּעדיע
וויקידאטן
וויקידאטן

וויקידאטן איז א נייער פראיעקט פון דער וויקימעדיע פונדאציע פאר א צענטראלער שפייכלערונג פון דאטן וואס געפינען זיך עטלעכע מאל אין פראיעקטן אין פארשידענע שפראכן.

די ערשטע פאזע פון דעם פראיעקט, וואס מען האט אויסגעפירט אין וויקיפעדיעס אין אלע שפראכן אנהייב מערץ 2013, טוט צענטראליזירן די אינטערשפראך לינקען צווישן וויקיפעדיע בלעטער. דער געוויינלעכער וועג פון שטעלן אינטערשפראך לינקען ביים סוף פון יעדן בלאט, וואס דארף ווערן איבערגעחזר'ט אין יעדער שפראך. כדי צו דערהיינטיקן די ליסטע ווען א ווערסיע פונעם ארטיקל ווערט געשריבן אין א נייער שפראך, דארף מען דערהיינטיקן דעם ארטיקל אין אלע שפראכן. מערסטנס ווערט דאס אדורכגעפירט דורך א באָט. אפטמאל מאכט זיך א קאנפליקט, ווען צוויי (אדער מער) בלעטער אין איין וויקיפעדיע זענען געלינקט צום זעלבן בלאט אין אן אנדער שפראך וויקיפעדיע. אצינד, מיטן וויקידאטן פראיעקט, ווערט די ליסטע פון פארבונדענע ארטיקלען געשפייכלערט אין איין פלאץ, און אלע וויקיפעדיעס נעמען די ליסטע פון דארטן.