װיקיפּעדיע:וויזועל-רעדאקטירער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לאגאטיפ פונם פראיעקט צו שאפן דעם וויזועל־רעדאקטירער

דער וויזועל־רעדאקטירער איז אן אייבערפלאך וואס דערמעגלעכט רעדאקטירן ארטיקלען אין וויקיפעדיע אן צו דארפן לערנען די טעכנישע פרינציפן פון וויקיסינטאקס (פירעקיקע קלאמערן און געקרייזלטע קלאמערן, HTML טאגן אא"וו), נאר צו רעדאקטירן זיי אינעם שטייגער פון א ווארט פראצעסאר וואו יעדע אקציע ווערט געוויזן גאנץ גרינג (וואס מ'רופט "WYSIWYG").

דער רעדאקטירער וועט אין דער צוקונפט ווערן דער הויפט אייבערפלאך צו רעדאקטירן וויקיפעדיע, אויבוואויל ס'וועט בלייבן שטענדיק די מעגלעכקייט צו רעדאקטירן דעם קוואל וויקיטעקסט אזוי ווי היינט.

אויף א בלאט וואס האט די מעגלעכקייט פון ניצן וויזועל־רעדאקטירער וועט ווערן געוויזן צוויי רעדאקטירן טאבן: דריקן "רעדאַקטירן" עפננט דעם וויזועל־רעדאקטירער און דריקן "רעדאקטירן מקור" עפנט דעם געוויינלעכן רעדאקטירער. כדי אינגאנצן באהאלט דעם וויזועל־רעדאקטירער, גייט מען אריין אין מײַנע פרעפֿערענצן > צינגל באַאַרבעטן > קליקן אויפן ווארט צײַטווײַל אומאקטיווירן וויזועל־רעדאקטירער ווען ער איז נאך אין בעטע.

דער וויזועל־רעדאקטירער איז דערווייל א בעטע ווערסיע וואס ווערט דערהיינטיקט יעדע וואך.