שמואל אליהו

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב שמואל אליהו איז דער שטאטס-רב פון צפת, א מיטגליד פון דער מועצה פון דער הויפט ראבינאט און אויך א מיטגליד פון די נאציאנאלע קאמיטעטן אין ישראל פון כשרות און פון מקוואות.

הרב אליהו איז דער זון פון הרב מרדכי אליהו. ער האט געלערנט אין ישיבת ירושלים לצעירים און שפעטער אין ישיבת מרכז הרב ביי הרב צבי יהודה הכהן קוק. נאכדעם איז ער געווארן רב פונעם שטעטל שלומי און נאך דריי יאר האט מען אים ממנה געווען אלס רב אין צפת.