שלמה האפמייסטער
![]() | |
געבורט |
10 אקטאבער 1975 (אלט 49) מינכן, מערב דייטשלאנד ![]() |
---|---|
מדינה |
עסטרייך ![]() |
![]() ![]() |
שלמה אליעזר האפמייסטער איז אן עסטרייכער רב, א גר צדק. ער איז געבוירן געוואָרן אין תשל״ו אין מינכן. ער האט שטודירט אין אוניווערסיטעטן אין לאנדאן און האט זיך מגייר געווען אין ירושלים עיה״ק.
ער איז א תלמיד פון הגאון הרב "הדיין" חנוך ערנטריי פון לאנדאן און פון הגאון הרב משה שטערנבוך, דער ראב״ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים.
זינט תשס"ח איז ער דער אפיציעלער רב פון ק״ק וויען יצ״ו. זינט תשע״ג איז ער אויך דער פרעזידענט פון דעם אייראפעישן ועד המוהלים.
נאָך כּמעט 20 יאָר פאָרשונג האָט ער פֿאַרעפנטלעכט אין תש״ע דעם סידור „תפילות ישורון״, וואס ווערט בכלל פאררעכנט אלס דער ריכטיגסטער אשכנזישער סידור היינט-צו-טאג. לויט דער עצה פון רבינו הגאון הרב שמואל וואזנער, האט ער דורכגעארבעט און פארראכטן אלע שינויים און תיקונים וואס די צענזארן און די משכילים האבן געמאכט אין די לעצטע 300 יאר, און אויך פארראכטן די פיל דרוקער טעותים וואָס זענען געווענלעך אין אַשכנזישע סידורים.
לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שלמה האפמייסטער איז געבױרן געווארן און אויפגעוואקסן אין מינכן, דייטשלאנד.