שלמה'ס רינג

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלמה'ס רינג איז א דיכטונג געשריבן אויף די יודישע שפראך אין פארעם פון א באלאדע דורך יהואש און ערשינען אין א קליין דין בוך אין קליוולאנד דורך א. כהן אום 1916.

עס פארציילט די לעגענדארישע מעשה פון שלמה המלך ווי ער האט מיט זיין רינג מיטן שם המפורש דערויף, באשוואוירן די שדים צו פאלגן זיינע באפעהלן. ווי ער פארברעהנגט מיט זיינע טויזנט ווייבער און ווי אשמדאי האט עהם פארנארט און איבערגענומען זיין פּלאַץ אין פּאַלאַץ אלס קעיניג.

דער בוך איז איינגעטיילט אין פיער חלקים, בנוסף א פאעמע במקום אריינפיהר. בס"ה אנטהאלט דער בוך זעקס און פופציג זייטן.

אן אינטערעסאנטע זאך אינעם בוך איז אז די זייטן זענען ארויסגעשריבן. ווי צב"ש: זייט איין און צוואנציג, זייט פיער און פערציג אא"וו.

קאפיטלען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אויפ'ן טוהרעם
  • בלומענפּאַלאַץ
  • דזשאַראַדאַ
  • אַשמדאי

וובעלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]