שטרויס

פֿון װיקיפּעדיע
א שטרויס

דאָס װאָרט שטרױס פֿאַררופֿט אױף אײן זגאַל אָדער צװײ זגאַלן פֿון גרױסע, ניט־פֿליִענדיקע פֿױגלען, װאָס האָבן זייער אָריגינעלן הײם אין אַפֿריקע. זײ זענען די אײנציקע מיטגלידער פֿונעם מין שטרױספֿױגלען (סטרוטיאָ אָדער Struthio), װאָס איז די אײנציקע אױסהאַלטנדיקע צװײַג פֿון דער משפּחה שטרױסן (סטרוטיאָנידעי, Struthionidae). זינט 2014 מאַכט מען אַ קאָנטראַסט צװישן דעם געװײנטלעכן שטרױס און דעם סאָמאַלישן שטרױס, וואָס איז איצט אַ באַזונדערער זגאַל.

דער שטרױס איז אַ טײל פֿון דער אָרדענונג לױף־פֿױגלען (סטרוטיאָניפֿאָרמעס אָדער Struthioniformes), בײַזאַמען מיט די קיװיס, די עמוס, די ניאַנדוס און די קאַסוּװאַרעס. ער האָט אַ באַזונדערען געשטאַלט, מיט אַ לאַנגן האַלדז און לאַנגע פֿיס, און ער קען לױפֿן ביז אַ גיכקײט פֿון בערך 70 קילאָמעטער אַ שעה, װאָס איז די געשװינדעסטע לאַנד־גיכקײט פֿון אַלע פֿױגלען. דער שטרױס איז אױך דער גרעסטער זגאַל פֿון אַלע לעבנדיקע פֿױגלען, און די נקבֿה לײגט די גרעסטע אײער פֿון אַלע לעבנדיקע פֿױגלען (די אױסגעשטאָרבענע העלפֿאַנד־פֿױגלן פֿון מאַדאַגאַסקאַר און די ריזיקע מאָאַס פֿון נײַ־זײלאַנד פֿלעגן לײגן גרעסערע אײער).

די דיעטע פֿונעם שטרױס באַשטײט לרובֿ פֿלאַנץ־מאַטעריע, כאָטש ער עסט אױך אָנשדרהדיקע חיות. ער לעבט אין אַ נאָמאַדישער גרופּע פֿון 5 ביז 50 פֿױגלן. ווען ער דערשנאַפּט אַ דראָונג, דער שטרױס װעט אַנטלױפֿן אָדער זיך פֿאַרשטעלן, ליגנדיק אױפֿן גרונט. אויב ער װערט געכאַפּט אין אַ װינקל, קען ער געבן אַ קאָפּע מיט זײַנע שטאַרקע פֿיס. די פּאָרונגצײַט־מוסטערן שײדן זיך אונטער לפֿי דעם געאָגראַפֿישן ראַיאָן, אָבער טעריטאָריעלע זכרים באַקעמפֿן צװישן אַנאַנד כּדי צו אײַנשאַפֿן אַ האַרעם פֿון צװײ ביז זיבן נקבֿות.

מען האָדעװעט שטרױסן אױף דער גאָרער װעלט, בעיקר כּדי צו נעמען זייערע פֿעדערן, װאָס זענען דעקאָראַטיװ. מיט די פֿעדערן מאַכט מען אױך פֿעדערװישן. מען באַנוצט די פֿעל כּדי צו מאַכן לעדערפּראָדוקטן, און מע פֿאַרקױפֿט דאָס פֿלײש.