לדלג לתוכן

שטאט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שטאהט)
שטאט


א שטאָט (מערצאל: שטעט) איז א פארהעלטענישמעסיגע גרויסע זידלונג. קיין גענויע דעפיניציע פון א שטאט איז נישט דא, און דאס קען זיך ענדערן פון איין לאנד צו א צווייטן. אין אייראפע איז אנגענומען צו רופן א שטאט א שטאטישע זידלונג מיט א קאטעדראל. אין ענגלאנד אבער צו ווערן גערופן א שטאט דארף זי האבן א קעניגלעכן טשארטער.

אין אנדערער לענדער גייען אן אנדערע כללים.

גאר אלטע שטעט זענען אפט נישט פלאנירט, נאר זיי וואקסן במשך הונדערטער יארן. רוב פלאנירטע שטעט זענען געמאכט ווי א געפלעכץ. טיילמאל בויט מען א שטאט מיט א צענטראלפונקט און די הויפט שאסייען שטראלן פון דעם פונקט.