שולבוס
אויסזען
(אַריבערגעפֿירט פון שול באס)

א שולבוס איז אן באס וואס איז געמאכט צו פירן סטודענטן, געווענליך קינדער, פון זייערע היימען צו זייערע לאקאלע שולעס און צוריק. אין צפון אמעריקע זענען פאראן באשטימטע געזעצן און רעגולאציעס וואס רעגלירן דעם אויסזען און באנוץ פון באסעס. צווישן אנדערע פארלאנגען די רעגולאציעס א ספעציעלן געלן קאליר אין קאנאדע און אין די פאראייניגטע שטאטן.