שולבוס
מראה
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/3/38/2008_blue_bird_vision_tinted.jpg/220px-2008_blue_bird_vision_tinted.jpg)
א שולבוס איז אן אויטאבוס וואס איז געמאכט צו פירן סטודענטן, געווענליך אינגע קינדער, צו זייערע לאקאלע שולעס. אין צפון אמעריקע זענען באשטימטע געזעצן וועגן שולבוסן. צווישן אנדערע איז דא א געוויסער געל קאליר וואס מען דארף פארבן די בוסן אין קאנאדע און די פאראייניקטע שטאטן.