שוואנץ

שוואנץ איז דער האריגער עק אויף דער וויידל פון א חיה. דער שוואנץ קען דינען פאר באלאנס, באוועגונג און אין געוויסע בעלי חיים אויך פאר קאמוניקאציע.
דער ווארט שוואנץ שטאמט פון מיטל־הויכדייטש swanz, וואס האט געהאט דעם באדייט "עק" און איז פארבונדן מיט א ווארט וואס באדייט זיך שווענקען אדער וואקלען. דאס ווארט איז פארבונדן מיטן היינטיגן דייטשן Schwanz, וואס באדייט אויך "עק".[1]
צוליב דעם וואס דער שוואנץ איז דער טייל וואס הענגט ביים עק פון א חיה, ווערט דער ווארט אויך גענוצט פאר אנדערע דינע אדער לאנגע זאכן וואס הענגען ביים עק פון עפעס. אזוי ווערן די קליינע הענגענדע שנירלעך אדער פרינדזשן ביים עק פון א גארטל אנגערופן שווענצלעך. דער זעלבער באדייט קען אויך ווערן גענוצט פאר אנדערע הענגענדע צוזאמשטעלן.
שוואנצנעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שוואנצנעס איז א טערמין וואס איז געווארן באקאנט אין געוויסע קרייזן פון וויזשניצער חסידות, בפרט אין פארבינדונג מיט דער הנהגה פון רבי מנחם מענדל האגער פון מרכז חסידי ויז'ניץ. דער ווארט איז דער יידישער רבים פון שוואנץ, וואס באדייט "עק", און ווערט דא גענוצט אלס א משל פאר א חסיד וואס איז שטארק צוגעבונדן צום רבי'ן און אונטערגעווארפן אונטער זיין הנהגה.[2]
דער טערמין איז אויך פארבונדן מיט דער באגריף "השיטה הקדושה", וואס ווערט גענוצט דורך חסידים פון דער גרופע צו באצייכענען זייער וועג אין חסידות און זייער שטארקע התקשרות צום רבי'ן. דער באדייט פון "שוואנצעס" איז, לויט באשרייבונגען פון דער שיטה, זיך צו אונטערווארפן צום רבי'ן און זיך אינגאנצן צוגעבן צו זיין הנהגה.[3]