שוואכע קראפט
שוואכע קראפט (אויך גערופן שוואכע אינטעראקציע) איז איינע פון די פיר יסודותדיקע קראפטן אין נאטור. די אנדערע דריי זענען עלעקטראמאגנעטיזם, די שטארקע קראפט און גראוויטאציע. עס ווערט גערופן שוואכע קראפט צוליב דעם וואס עס איז 1013 מאל שוואכער ווי שטארקע קראפט.
די שוואכע קראפט איז פאראנטווארטלעך פאר סיי ראדיא־אקטיוו צעפאלן פון סובאטאמישע טיילכעלן און סיי יאדער-שפאלטונג.
אלע פערמיאנען (למשל עלעקטראנען און פראטאנען) אינטעראגירן דורך דער שוואכער קראפט. במשך א לענגערער צייט טוען פערמיאנען צעפאלן.
ביי גאר הויכע ענערגיע ניוואען ווערן די שוואכע קראפט און די עלעקטראמאגנעטישע קראפט ענלעך צו אנאנד.
סימעטריע שטערונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פיזיקער האבן לאנג געהאלטן אז אלע נאטירלעכע געזעצן בלייבן וואר דורך אפשפיגלונג, ד"ה איבערדרייען איין אַקס. טאקע גראוויטאציע, עלעקטראמאגנעטיזם און די שטארקע קראפט זענען גלייך מיט אפשפיגלען. אין די 1950ער יארן האבן די פיזיקער טשען נינג יאנג און צונג-דאא לי פארגעשטעלט אז די שוואכע קראפעט רעספעקטירט נישט אפשפיגלונג. אין 1957 האבן פיזיקער פעסטגעשטעלט אז ס'איז טאקע אזוי, און יאנג מיט לי זענען באלוינט געווארן מיטן נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1957.