שבתי הכהן
געבורט |
1621 בעלארוס |
---|---|
טויט |
8 פעברואר 1663 (אלט 42 בערך) טשעכיי |
מדינה | פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט |
הרב שבתי הכהן (דער ש"ך; ווילנע ה'שפ"ב 1622 — האַלעשױ אין מערן א' אדר א' ה'תכ"ג 8טן פעברואר 1663)[1] איז געווען א רב און פוסק הלכה, מחבר פונעם פירוש ״שפתי כהן״ (ש״ך) אויפן שולחן ערוך.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב שבתי איז געבוירן אין דער שטאט אמסטיבאווא אין פוילן, וואו זיין פאטער, ר' מאיר הכהן (באוואוסט אלס מהר"ם כ"ץ). שוין אלס קינד איז ער געווען באוואוסט אלס עקסטרעם עילוי, און אין עלטער פון צוועלף האט מען אים געשיקט לערנען אין קאזימיערז אין דער ישיבה פון רבי יהושע העשיל, בעל מגיני שלמה, א פריינד און חברותא פון זיין פאטער. אין לובלין האט ער חתונה געהאט מיט לאה, די טאכטער פון שמעון וואלף, איינע פון די רייכע ווילנע וואס איז געווען אן אייניקל פון דער רמ'א און איז געזעסן אין ווילנע זיצנדיג בײַם שווער אין טיש.
שוין אין זיין יוגנט ער איז געווען גערעכנט ווי איינער פון די גרעסטע גדולי הפוסקים. אין 1971, איז ער באשטימט געווארן א מיטגליד פון ווילנער חברי בית דין (מיט רבי משה לימא, בעל ה"חלקת מחוקק"), ער האט ערזעצט ר' הלל בן נפתלי הערץ, דער "בית הלל". אין די תקופה פון די מלחמה צווישן פױלן-ליטא פארבאנד מיט די רוסן, ווען עס איז באזיגט געווארן דורך די רוסן אין 1655 און וואַנדערט פֿון אָרט צו אָרט, ביז ער האָט דערגרייכט די שטאָט לישוי אין דער עסטרייכישער אימפעריע (אין דער היינטיגער טשעכישער טעריטאריע), וואו ער איז אויפגענומען געוואָרן אלס רב, אָבער איז באַלד געשטאָרבן.
לויט דער לעגענדע, האָט ער פארלוירן זײַן טאָכטער אין וואלד ווען ער איז אנטלאפן פון זײַן היים אין 1655, דאָס יאָר ווען די רוסן האבן איינגענומען ווילנע, און א לאקאלער קעניג אדער מיניסטער האָט זי געפונען, האָט זי אויפגעוואקסן ווי א פרינצעסיע אָן צו וויסן איר יידישן אָפּשטאַם, און האָט מיט וואונדער באַשלאָסן צו פאַרבינדן די אידישע מענטשן, געפֿונען איר פאטער דערקענען אים ווי זיין טאָכטער.
זיין פּירוש און באַמערקונגען „שפתי כהן” (ש"ך) אױף די חלקים יורה דעה און חושן משפּט פון שולחן ערוך זענען אָנגענומען צװוישן אַלע רבנים. ער האָט אויך באַשריבן די גזירת ת"ח פון כמעלניצקי אין „מגילת עפה”; ער האָט אויך מחבר געווען שאלות ותשובות „גבורות אנשים” און אַנדערע ספרים וי אויך סליחות כ' סיון צו גזרת ת"ח. ער איז געווען באַפרײנדעט מיטן קריסטלעכן געלערנטן מאַגיסטער, װאַלענטין ווידריך, מיט וועמען ער האָט זיך איבערגעשריבן בריוו אין העברעאיש.
וועגן ש"כס איבערלעבונגען אין גזרת ת"ח איז פאַראַן די פּאָפּולערע דערציילונג פון דר. לעמאן איבערזעצט אין יידיש „דעם קעניגס איידעם”.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ אנדערע האלטן אז ער איז נפטר געווארן אין יאר ה׳תכ״ב
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קוואלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „שבתי הכהן” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.